אינטערנאציאנאלע באאמטע וואס באאבאכטן די סיטואציע אין מזרח אוקראינע, וואו עס קומען פאר שלאכטן צווישן די מיליטער און פרא-רוסישע סעפאראטיסטן, זאגן אז אין די לעצטע טעג האט זיך די סיטואציע שטארק פארערגערט און די פייער אפשטעל איז געבראכן געווארן, צענדליגער הייזער זענען רואינירט געווארן און אמווייניגסטס 8 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן אין באמבע אטאקעס דורגעפירט דורך די פרא-רוסישע רעבעלן.

דער מיליטערישער קאנפליקט, וואס האט אויסגעבראכן אין 2014, האט שוין געקאסט איבער 10,000 לעבנס, און מען איז באזארגט אז אויב די שטילשטאנד ווערט צעשטערט, קען עס קאסטן נאך טויזנטער לעבנס ביי די מזרח גרעניץ פון אוקראינע.

רוסלאנד האט זיך דערווייל אנטזאגט אנטיילצונעמען אין אינטערנאציאנאלע פארהאנדלונגען איבער דעם קאנפליקט, און די זייטן באשולדיגן איינער דעם צווייטען אין צעשטערן דעם שלום אפמאך.

די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט, אין וועלכן זי רופט רוסלאנד אפצושטעלן די געוואלדטאטן. ״אמעריקע פארלאנגט פון רוסלאנד צו ארויסציען זייערע טרופן און וואפן פון די אוקראינער טעראטאריע, און איינשטימען אריינצוברענגען דארט יו-ען וועכטער צו באוואכן די סיטואציע,״ ליינט זיך די סטעיטמענט.

בילד: אמעריקע פארדאמט רוסלאנד איבער פרישע מזרח-אוקראינע אומרוען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל