די מאמע און אירע דריי קינדער וואס זענען פריער די וואך אומגעקומען פון א שרעקליכן פייער וואס האט ארומגענומען זייער הויז ר"ל, זענען היינט מיטוואך געברענגט געווארן לקבורה אינעם בית החיים אין דער שטאט חולון, נעבן תל אביב.

הארצרייסנדע לוויות זענען אפגעהאלטן געווארן צוערשט אין ברוקלין, וואו א ריזיגער עולם האט זיך פארזאמעלט צו באגלייטן די פיר נפטרים צו זייער אייביגער רו, און דאן אין ארץ ישראל, וואו טויזנטער אידן האבן זיך באטייליגט אין דער לוי', וואס איז באגלייט געווארן פון הימל-שפאלטנדע יללות.

ניין נפשות -- די עלטערן, זייערע זעקס קינדער, און א קרוב -- האבן זיך געפונען אין הויז ווען ס'איז פארכאפט געווארן אין העלישע פלאמען אינמיטן דער פארגאנגענער נאכט, פון א פייער וואס האט זיך ווי אנגעגעבן אנגעהויבן דורך א ברענענדער מנורה און זיך דאן בליץ-שנעל צעשפרייט איבער'ן גאנצן בנין.

דער טאטע מיט צוויי קינדער, א זעכצן-יעריג מיידל און א פופצן-יעריגער בחור, געפונען זיך אין סטעטל איילאנד יוניווערסיטי שפיטאל אין באוואוסטלאזן צושטאנד.

*

די נעמען מתפלל צו זיין פאר א רפואה שלימה זענען: יוסף בן אהובה מסודה, שליט בת עליזה, אברהם בן עליזה, דניאל בן עליזה.

זאל דער אויבערשטער טרייסטן די קרובים און שיקן א רפואה שלמה פאר די געשעדיגטע.

בילד: קרבנות פון פלעטבוש-פייער באהאלטן אין ארץ ישראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל