א דריי-יעריגע שווינדל-שפיל וואס עמיצער האט געפירט מיט דער שטאטישער פינאנץ דעפארטמענט, דורך וועלכער ער האט געפירט אן א צאל פארקינג-טיקעטס ארויסגעווארפן צו ווערן, איז געקומען צו א סוף -- אבער די שטאט האלט יעצט די אריגינעלע באשטראפטע מאטאריסטן פאראנטווארטליך.
אימאנועל אמאפא האט פארמאגט א פירמע, 'פּאַרקינג טיקעט באָסטערס', וואס האט גערעכנט צוואנציג פראצענט פון דער געלט-שטראף, אין אויסטויש פאר פירן דעם טיקעט ארויסגעווארפן צו ווערן דורך דער סיטי.
דער עצם געדאנק איז לעגאל, אבער אמאפא האט אויסגעפירט די אויפגאבע דורכ'ן פעלשעווען דאקומענטן, ווצ"ב בייטן די צייט אויף 'מיטער'-רעסיטס וואס האט דאן געוויזן אז דער באשטראפטער מאטאריסט האט יא געמעגט שטיין אויפ'ן פלאץ דורכאויס דער צייט וואס דער טיקעט איז אים געגעבן געווארן.
דער פינאנץ דעפארטמענט פון ניו יארק סיטי האט ממש לעצטנס געכאפט דעם שווינדל, וואס איז דאן ארויסגעקומען צו דער עפנטליכקייט ווען די שטאט האט באשלאסן צוריק צו לעגיטימיזירן אלע ארויסגעווארפענע טיקעטס, און דערצו נאך ארויפלייגן פראצענט צו דער אריגינעלער געלט-שטראף, ווי זי טוט ווען א טיקעט ווערט נישט באצאלט אין צייט.
דער באשלוס פון דער שטאט האט ארויסגערופן גרויס קריטיק פון די באטרעפנדע, וועלכע ווייזן אן אז זיי האבן נישט געוואוסט אז די טיקעטס זענען ארויסגעווארפן געווארן אויפ'ן סמך פון א שווינדל און דארפן ממילא נאר באצאלן די אריגינעלע געלט-שטראף, אן די פראצענטן. עטליכע געשעפטס-אייגנטימער ווייזן אן אז זיי וועלן מוזן פארמאכן דאס געשעפט, אויב וועלן זיי געצווינגען זיין צו באצאלן דעם סך הכל וואס די שטאט פארלאנגט. איין אזא פירמע, 'קווינס קאנטראקטאר', האט באקומען א ביל פון דער שטאט אויף קנאפע 153-טויזנט דאלאר, וואס איז וויפיל די קאמפאני פארדינט דורכ'ן יאר.
די שטאט האלט זיך ביים איריגן און זאגט, אז זי וועט האלטן די וואס האבן באקומען די טיקעטס פאראנטווארטליך אויף די פראצענטן וואס האבן זיך אנגעזאמלט זינט דעמאלט.
אימאנועל אמאפא זעלבסט איז דערווייל נישט געכאפט געווארן, און לויט געוויסע באריכטן איז ער אינדערצווישן אנטלאפן קיין אויסלאנד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה