די קאר-שעירינג פירמע, ׳אובער׳, פירט שוין א לענגערע צייט א געריכטליכן קאמף אין אייראפע, וואס קען האבן א שטארקן עפעקט אויף דער צוקונפט פון דער פירמע אין אייראפע און פילייכט איבער דער וועלט. דאס געריכט האט געדארפט אנטשיידן א לעגאלן קאנפליקט וואס די פירמע האט מיט פארשידענע רעגירונגען אין אייראפע, וועלכע האבן ארויפגעלייגט אויף איר די סטאנדארטן און רעגולאציעס פון א טראנספארטאציע פירמע, וואס באדייט אז זי טראגט א פאראנטווארטליכקייט אויף אלע רייזעס וואס ווערן געמאכט אויף איר פלאטפארמע. אובער וועט יעצט אויך דארף צאלן שטייערן אזוי ווי א טעקסי פירמע, און אזוי אויך דארפן די דרייווערס באשטעטיגט ווערן אלס טעקסי דרייווערס.

בילד: 'אובער' פארלירט קריטישן לעגאלן געפעכט אין אייראפע



אבער ׳אובער׳ זאגט אז זי איז נישט קיין טראנספארטאציע פירמע און דינט בלויז אזוי ווי א גלאבאלע קאמוניקאציע מיטל צווישן דרייווערס און פאסאזשירן, און דעריבער איז זי נישט אויסגעשטעלט צו לאקאלע געזעצן און רעגולאציעס. נעכטן האט דאס העכסטע יוסטיץ געריכט אין אייראפע, קווארטירט אין לוקסענבורג, געאורטיילט אז ׳אובער׳ איז א טעקסי סערוויס, און מוז דעריבער זיך צושטעלן צו אלע רעגולאציעס.

דער אורטייל קען נישט אפעלירט ווערן, און ׳אובער׳ האט אין רעאקציע געזאגט, אז ״דער אורטייל טוט נישט טוישן די אנגייענדע אקטיוויטעטן אין אייראפע, אבער פארמיידט פון נאך פילע מיליאנען אייראפעיער צו געניסן פון אונזערע סערוויסעס.״

דער אורטייל אפעקטירט א סערוויס וואס אובער באצייכנט אלס ״אובער-פאפ״, אונטער וועלכע דרייווערס וועלכע האבן נישט קיין לייסענס צו דינען אלס טעקסי דרייווערס האבן געקענט אנבאטן צו מאכן רייזעס פאר ביליגע פרייזן און טראגן פאסאזשירן. אבער צוליב דעם וואס זי איז אצינד או אפיציעלע טעקסי פירמע קען זי דאס נישט טאן. אזוי אויך קען דאס אפעקטירן פארשידענע פארלאנגען פון די דרייווערס, פאר פענסיע און אנטשעדיגונג -- א זאך וואס קען ברענגען א שווערע פינאנציעלע לאסט אויף די פירמע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל