אין קאטלאניע גרייט מען זיך מארגן צו די וויכטיגסטע וואלן זינט די ראיאן האט באקומען אויטאנאמיע, וואס וועלן אנטשיידן די צוקונפט פונעם ראיאן, צי ס'זאל בלייבן טייל פון שפאניע, אדער זיך רוקן פאראויס צו פולשטענדיגע זעבלסשטענדיגקייט.

די וואלן קומען אונטער אן אפמאך צווישן די צענטראלע רעגירונג אין מאדריד און די קאטאלאנישע רעגירונג אין בארצעלאנע, אין ליכט פון דעם רעפערענדום וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אין אקטאבער, אין וועלכע די סעפאראטיסטן האבן געווינען. די רעזולטאטן זענען אנולירט געווארן דורך די פעדעראלע געריכט.

עטליכע פון די קאנדידאטן וועלכע פארמעסטן זיך אין די מארגנדיגע וואלן זענען אין טורמע, אדער אינדרויסן פון לאנד, צוליב דעם וואס זיי ווערן באשולדיגט אין פארלעצן דאס געזעץ, מיט׳ן פאררופן דעם רעפערענדום אין אקטאבער.

אנקעטעס צייגן יעצט, אז טראץ דעם וואס די סעפעראטיסטן געניסן פון שטארקע פאפולאריטעט, וועלן זיי ווארשיינליך נישט געווינען די נויטיגע 50 פראצענט צו קאנטראלירן דעם רעגירונג. אפילו די סעפאראטיסטן געווינען, האט נאך אלס די צענטראלע רעגירונג אין מאדריד די רעכט צו פארמיידן א רעפערענדום איבער זעלבסשטענדיגקייט, אבער עס קען פירן צו אינטערנאציאנאלע דרוק אויף שפאניע צו לאזן קאטאלאניע זיך אפטיילן.

בילד: וועלט דערווארט מיט שפאנונג וואלן אין קאטאלאניע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל