שפיאנאזש קוועלער אין דרום קארעא ווארענען, אז דער צפון קארעא רעזשים ארבייט אויף א פראיעקט צו קענען באוואפענען אירע לאנג-שטרעקיגע מיסילס מיט ביאלאגישע שפיצן, און פרובירט יעצט צו ארויפלייגן די שעדליכע 'ענטרעקס' וואפן אויף אירע מיסילס.

דאס קומט מיט צוויי טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אין זיין נאציאנאלע זיכערהייט אויפטריט איבער דעם צפון קארעא רעזשים געווארנט איבער כעמישע און ביאלאגישע וואפן, וואס די רעזשים פרובירט צו אנטוויקלען.

צפון קארעא פארמאגט היינט א זאפאס פון ביאלאגישע וואפן, וואס ווערט געשאצט ביי ארום 3 ביז 5 טויזנט טאן.

בילד: צפון קארעא פרובירט אנטוויקלען מיסילס מיט ביאלאגישע וואפן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל