דער ווינטער אין ארץ ישראל האט דערווייל געברענגט א שוואכן רעגן-סעזאן, וואס האט געפירט די רעגירונג אונטערצונעמען שריט, אריינגערעכנט אריינפּאמפן וואסער פון רייניגונגס-אינסטולאציעס אינעם ים כנרת.

ארץ ישראל פלאגט זיך מיט ווייניג רעגן שוין צום זעקסן יאר נאכאנאנד, און דער כנרת, וואס שטעלט צו א גרויסן חלק פון די וואסער-געברויכן אינעם 'גליל', איז יעצט נידעריגער מיט נאענט צו צוואנציג פיס פון זיין מאקסימום הויך, און די איינוואוינערס פונעם צפון-לאנד ליידן אלס רעזולטאט פון אן ערנסטן וואסער-מאנגל.

לויט דעם פלאן, וועט די רעגירונג נעמען אומניצליכע וואסער, וואס זענען נישט ראוי צום טרינקען צוליב זאלץ און אנדערע מינעראלן, זיי אויסרייניגן אין ספעציעלע פּלענטס, און דאן אריינגיסן דאס וואסער אינעם כנרת.

דער כנרת שטעלט צו צען פראצענט פונעם וואסער-געברויך אין ארץ ישראל, און דער רעשט קומט פון קוואלן ביים ים-ברעג, ווי אויך אונטער די בערג פון יהודה און שומרון.

פירנדע רבני'שע פערזענליכקייטן אין ארץ ישראל, אריינגערעכנט דער דער בית דין פונעם 'עדה החרדית', האבן אין אנבליק פון דער טרוקעניש גערופן פאר אן עצרת תפילה.

בילד: תפילות גערופן צוליב טרוקעניש אין ארץ ישראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל