א הויכער, בארגיגער ראיאן אין פארטוגאל, די 'סעראַ דע עסטרעלאַ', וואס איז בארימט אלס וואקאציע און אטראקציע ארט פאר טוריסטן פון איבער גאנץ אייראפע, איז לעצטנס באקאנט געווארן אלס אן ערנסטער צענטער פאר כשר-עסן.

דעם חודש, האט די עלסטע איילבירט-אויל פירמע אין 'סעראַ דע עסטרעלאַ' אנגעהויבן פראדוצירן כשר'ן שמן זית לכבוד חנוכה, און מיט עטליכע יאר צוריק האט א בארימטע קעז-פירמע פון דער זעלבער געגנט אויך גענומען א כשרות-הכשר. ארום דער זעלבער צייט האט אן ארטיגער וויין-פאבריק אנגעהויבן פראדוצירן א כשר'ע ווערסיע פון איינעם פון אירע בעסטע וויינען, און אנגעהויבן פון 10' ווערט דארט יעדן ערב ימים-נוראים אפגעהאלטן א כשר-עסן מארק.

די סיבה פארוואס דאס פלאץ, וואס פארמאגט ווייניגער ווי פופציג אידן, האט זיך אריינגעלאזט אין דער אינדוסטריע ווערט צוגעשריבן צו אן אלגעמיינער אויפוואכונג ביי געוויסע סעקטארס פון דער פארטוגעזישער עפנטליכקייט איבער איר אידישער פארגאנגענהייט.

מומחים האלטן, אז מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק האט פארטוגאל פארמאגט א ריזיגע אידישע באפעלקערונג, געשאצט אין די הונדערטער טויזנטער, וואס איז געקומען צו א סוף אין 536' מיט דער גזירת גירוש און אינקוויזיציע וואס דארט געגרינדעט געווארן, אויפ'ן נוסח ווי אין שפאניע מיט עטליכע צענדליגער יאר פריער.

די רעגירונגען פון ביידע, שפאניע און פארטוגאל, האבן אין די לעצטערע יארן אינוועסטירט מיליאנען דאלארן אין היסטאריש-אידישע ערטער אין לאנד, מיט'ן ציל פון "גוטמאכן היסטארישע עוולות" קעגן די אידישע קהילות אין יענער תקופה.

בילד: כשר-עסן אינדוסטריע זעט אויפוואכונג אין פארטוגאל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל