מזל טוב כלל ישראל!

די 'ביילוס פרשה פונעם צוואנציג'סטען יאר-הונדערט' איז ב"ה געקומען צו א אומגעראכטענע פרייליכע ענדע!

מען ברויך זעהן און אנערקענען אז 'כל מה דעביד רחמנא לטב עביד' אן קיין אינטערשייד! יעדע זאך ממש איז מיט א חשבון פון אויבען! אמאל נעמט עס א קורצע צייט ביז מען זעהן די סיבה פון די פרשה, און אמאל נעמעט עס אביסעל לענגער. אבער מיט א אפענע בליק, און מיט די ריכטיגע אמונה קען מען שוין אמאל זעהן פאראויס אז 'עפעס' ווערט שוין אנגעגרייט. הקב"ה איז מקדים די רפואה פאר די מכה.

ביי די נס פורים האט גענומען אפאר יאר ביז אידישע קינדער האבן צוזאמענגעשטעלט אז די אלע קליינע סקאנדאלן פון די לעצטע יארן האבן בלויז געדינט אלס פארשפיל פון די גרויסע נס.

מען קען זאגן מיט א שטארקייט, אז בזמנינו אלה, אויב האלט מען אפן די אויגן, קען מען זעהן אין געוויסע פאסירונגען א מעין פון א התגלות פונעם בורא'ס מנהגים וואס בויט אויף די פאנדאמענט פון קומענדיגע ניסום און טובות פאר כלל ישראל.

זאל דער אייבערשטער אונז העלפן און ברענגען די פולע ישועה בקרוב במהרה בימינו!

בילד: טראמפ דערקלערט די באפרייאונג פון ר' שלום מרדכי



אויסשליסליכע באריכט צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל