וואשינגטאן – נעכטן מיטוואך נאכמיטאג, האט פרעזידענט דאנאלד טראמפ טריאומפירט מיט זיין שטארקן זיג, נאכדעם וואס קאנגרעס און סענאט האבן ענדגילטיג באשטעטיגט דעם רעפובליקאנער שטייער רעפארם ביל, אין א היסטארישן שריט, ווען צום ערשטן מאל אין דרייסיג יאר, וועלן געמאכט ווערן דראסטישע טוישונגען אינעם אמעריקאנער שטייער סיסטעם. טראמפ'ס פייערונג איז געקומען נאכדעם וואס מען האט געזען אין וואשינגטאן עטליכע דראמאטישע שטונדן, ווען קאנגרעס האט געהאט באשטעטיגט דעם ביל דינסטאג מיטאג און עס באלד געשיקט צום סענאט פאר באשטעטיגונג, אבער אינעם סענאט האט מען באמערקט אז עס וועט נישט לעגאל קענען דורכגיין, ווייל עס פארלעצט די סענאט רעגולאציעס, האט מען דעריבער געמאכט טוישונגען. דער סענאט האט ענדגילטיג באשטעטיגט דעם ביל ארום האלב איינס דינסטאג ביינאכט, און קאנגרעס האט עס אין איילעניש נאכאמאל באשטעטיגט מיטוואך אינדערפרי. טראמפ איז דערווארט אונטערצושרייבן דעם ביל אין עטליכע טעג ארום, נאכדעם וואס ס'וועלן געענדיגט ווערן עטליכע פראצעדורן.

בילד: טראמפ טריאומפירט מיט שטייער זיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל