וואשינגטאן – היינט דאנערשטאג, אדער מארגן פרייטאג, וועלן פרעזידענט טראמפ'ס לאיערס זיך טרעפן מיט'ן ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער, און זיי האפן צו הערן פון אים גוטע נייעס אז די אויספארשונג איבער'ן טראמפ קאמפיין און מעגליכע רוסישע קאארדינירונגען, קומט שוין טאקע צו אן ענדע. עטליכע באריכטן צייגן אז דער פרעזידענט וויל באקומען פון מוללער א דאקומענט אין וועלכע עס שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז טראמפ פערזענליך איז נישט אונטער אויספארשונג און ער איז ריינגעוואשן פון אלעס, אבער מוללער איז נישט גרייט צו געבן אזא בריוו, וואס וועט ווארשיינליך באנייען טראמפ'ס עפנטליכע אטאקעס קעגן מוללער. אויך זאגן די באריכטן אז מוללער'ס אויספארשונג קען נאך דויערן איין גאנצע יאר, נישט ווי טראמפ'ס לאיערס פרובירן אים איינצורעדן און בארואיגן אז די אויספארשונג קומט אט אט צו אן ענדע.
הוסף רשומת תגובה