ניו יארק – אן אמעריקאנער פעדעראלע ריכטער האט ארויסגעווארפן אן אנקלאגע קעגן "דויטשע באנק" און "קרעדיט סוויס גרופע", וואס א אידישע פאמיליע האט פרובירט אריינצוגעבן, מיט'ן ציל צוריקצובאקומען ארום דריי ביליאן דאלער אין פארמעגנס, וואס די פארמעגנס גייט צוריק נאך בעפאר די נאציס ימ"ש זענען ארויפגעקומען צום מאכט אין דייטשלאנד. דער קעיס דרייט זיך ארום די געלטער וואס קארל ווערטהיים, דער זון פון דער דייטשן-אידישן ביזנעסמאן יוסף ווערטהיים, האט אריינגעלייגט אין "קרעדיט סוויס" אקאונטס אין שווייץ, אנגעהויבן פון יאר תרצ"ב, און דערנאך איז עס טראנספערירט געווארן צו "דויטשע באנק", אבער נאך דער קריג זענען די געלטער פארשוואונדן געווארן. דער ריכטער קעווין מיקל מאר האט געאורטיילט פאר די יורשים, אז אן אמעריקאנער געריכט קען נישט אריינרעדן אין אזא אויסלענדישע קעיס.

בילד: האלאקאוסט-געלטער קלאגע ארויסגעווארפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל