ניו יארק – גרויס זארג הערשט ביי אידישע מוסדות לענגאויס ניו יארק, נאכדעם וואס דער ניו יארק סטעיט ערציאונגס קאמישאנער איז ארויסגעקומען מיט א מעלדונג, אז די סטעיט וועט טוישן אירע ערציאונג פארשריפטן און וועט אננעמען א שטרענגערן צוגאנג מיט'ן אינפארסירן די פארשידענע פארלאנגען צו לערנען סעקולערע לימודי חול אין פריוואטע שולעס. קאמישאנער מעריעלען עליא זאגט אז אויב וועט די סטעיט הערן אז א מוסד פאלגט נישט אויס אלע פארשריפטן, וועלן זיי נישט נאר אויסשטיין צו פארלירן סיי וועלכע פינאנציעלע שטיצע פון די סטעיט רעגירונג, נאר וועלן אויך מעגליך אנקלאגן דעם מוסד אין געריכט און די עלטערן וועלן באשולדיגט ווערן פאר'ן נישט געבן קיין חינוך פאר די קינדער. ניו יארקער אידן זענען מתפלל, לא ירעו ולא ישחיתו, די רעגולאציעס זאלן חלילה נישט שאטן פאר'ן ריינעם חינוך פון די צאן קדשים אין די מוסדות התורה והחינוך אין ניו יארק.

בילד: זארג אין ניו יארק איבער ערליכן חינוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל