סעאל – די דרום קארעא רעגירונג האט נעכטן געזאגט, אז זי וויל סוספענדירן די געסקעדזשועלטע מיליטערישע מושטירונגען מיט דעם אמעריקאנער מיליטער אויף די קומענדיגע מאנאטן. די ביטע פון דרום קארעא ווערט באטראכט אלס א דראמאטישע אנטוויקלונג, וויבאלד עס זעט עפעס אויס ווי גלייך זי ברעכט זיך פאר די פארלאנגען פון דער קאמוניסטישער צפון קארעא – וועלכע זאגט נאכאנאנד, אז זי איז נישט גרייט פאר קיין שלום געשפרעכן מיט דער מערב וועלט אזוי לאנג ווי די מושטירונגען מיט אמעריקאנער זעלנער גייען אן נעבן זייערע גרעניצן. דרום קארעא זאגט אבער אז זי וויל בלויז סוספענדירן די מושטירונגען אויף דערווייל, ווייל זיי גייען אפהאלטן דארטן די אינטערנאציאנאלע "ווינטער אלימפיק" שפילערייען, און ווילן נישט אז די אנגעצויגענע באציאונגען מיט צפון קארעא זאל האבן א נעגאטיוון אפעקט אויף די שפילערייען.

בילד: דרום קארעא וויל סוספענדירן מושטירונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל