וואשינגטאן – וועלט'ס לענדער האבן באקומען א שארפע סטראשע פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, אז זיי זאלן זיך נישט וואגן צו שטיצן א ספעציעלע יו-ען רעזאלוציע, וואס וועט היינט אויפגעברענגט ווערן אינעם "דזשענעראל אסעמבלי" צו אנולירן דאס וואס טראמפ האט דערקלערט ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט. די רעזאלוציע ווערט אונטערגענומען אינעם "דזשענעראל אסעמבלי", וואו אמעריקע קען עס נישט וועטאאירן, נאכדעם וואס אן ענליכע רעזאלוציע איז וועטאאירט געווארן דורך אמעריקע אנהייב וואך. טראמפ'ס יו-ען אמבאסאדארשע ניקי העילי האט זיך געאייסערט, "מיר וועלן האלטן אן אויג אויף לענדער וואס וועלן שטימען פאר די רעזאלוציע", און טראמפ האט געסטראשעט אז די לענדער וועלן פארלירן אמעריקע'ס פינאנציעלע שטיצע.

בילד: לענדער געסטראשעט איבער יו-ען רעזאלוציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל