ווארשא – דער אייראפעאישער יוניאן האט נעכטן אנגעהויבן אונטערצונעמען שריט קעגן פוילן, אלס א שטראף איבער דעם וואס פוילן האט איבערגעמאכט איר יוסטיץ סיסטעם, וואס אייראפעאישע לענדער טענה'ן אז דאס איז א פרישע שריט אין פוילן'ס ראדיקאלע נויגונג צו עקסטרעם-רעכט. די שריט וואס דער אייראפעאישער יוניאן האט אונטערגענומען, וואס איז באקאנט אלס "ארטיקל 7", קען עווענטועל פירן צו פרעצעדענטלאזע סאנקציעס קעגן פוילן, און אויך מעגליך אז פוילן זאל ארויסגעווארפן ווערן פונעם אייראפעאישן יוניאן – אבער די פוילישע רעגירונג האט רעאגירט זייער רואיג, זאגנדיג אז זיי וועלן ווייטער טאן אלעס ווי ביז היינט.

בילד: אייראפעאישע יוניאן נעמט שריט קעגן פוילן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל