(זעה אויך די באריכט און ווידיאס; מער ווידיאס)

ניו יארק – כלל ישראל אומעטום איז איינגעהילט אין א גאר פריידיגע שטימונג, נאכדעם וואס מען האט געהערט די בשורה טובה און געוואלדיגע גוטע נייעס, אז הרה"ח ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין הי"ו, פאר וועמען כלל ישראל האט אזויפיל איינגעריסן מיט תפילה און שתדלנות, איז בחסדי השי"ת באפרייט פון טורמע, נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט מיטוואך, זאת חנוכה, אינמיטן טאג אונטערגעשריבן א פרעזידענטליכע פארארדענונג, דורך וועלכע ער באשטעטיגט די באלדיגע באפרייאונג פון ר' שלום מרדכי הי"ו.

איבעראל הערט מען זמירות, שירות ותשבחות, מיט געזאנג און טענץ אין די גאסן אין אלע ניו יארקער שטעט וואו עס וואוינען אידן, ווען די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" ליגט ביי יעדן אויף די ליפן, דאנקענדיג השי"ת אז ר' שלום מרדכי הי"ו איז ענדליך ארויס פון זיין ביטערן שיקזאל, א צרה וואס האט פארוויקלט גאנץ כלל ישראל און געהאלטן יעדן אין אנגסט און זארג פאר די לעצטע קרוב צו צען יאר.

אין זיין סטעיטמענט שרייבט דער פרעזידענט, אז ער האט באקומען ביטעס פון פאליטישאנס פון ביידע פארטייען, דעמאקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך, וועלכע האבן אים אלע געבעטן צו באפרייען ר' שלום מרדכי. טראמפ ערווענט אויך דעם פאקט אז פילע לעגאלע עקספערטן, אריינגערעכנט געוועזענע אטוירני דזשענעראלס און עף-בי-איי באאמטע, האבן געזאגט אז דער אורטייל איז אומדערהערט.

אינעם סטעיטמענט שרייבט דאס ווייסע הויז, אז דער שולד-אורטייל אויף ר' שלום מרדכי ווערט נישט צוריקגעדרייט, און ער וועט אויסשטיין עטליכע יאר פון אויפזיכט אונטער באפרייאונג, אויסער דעם וואס ער וועט דארפן באצאלן א גרויסן געלט שטראף, לויט וויאזוי דער געריכט האט אריגינעל געאורטיילט – אבער דער פרעזידענט האט באשלאסן אז אכט יאר טורמע איז איבער-גענוג, און דעריבער טוט ער אים גלייך באפרייען.

די דעטאלן פונעם פרעזידענט'ס סטעיטמענט זענען בליץ שנעל פארשפרייט געווארן אין דער אידישער גאס אין אלע שטעט און איבער דער וועלט, און איבעראל האבן אידן אנגעהויבן לויבן און דאנקען דעם באשעפער פאר דעם גרויסן נס און די גאר פריידיגע בשורה.

שפעטער ביינאכט האט מען געהערט אז דאס איז ווירקליך א רעאליטעט, און ר' שלום מרדכי איז ארויסגעקומען פון טורמע, ווערנדיג צום ערשט אנטפאנגען דורך סאטמארער יונגעלייט תושבי בלומינגבורג, וועלכע וואוינען נישט ווייט פון דער טורמע וואו ער איז ביז יעצט געהאלטן געווארן, און דערנאך איז ער אפגעפארן אהיים קיין מאנסי, ווערנדיג אויפגענומען דורך טויזנטער, מיט פרייד און געזאנגען.

פדה בשלו"ם נפשי.

בילד: ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו באפרייט פון טורמע

בילד: געטענץ אויף די גאסן, אין ליכט פון די באפרייאונג פון ר׳ שלום מרדכי רובאשקין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל