אהייא - א פרוי וועלכע האט געוואלט פטור ווערן פון ״בעדבאג״ שרצים וועלכע האבן אינפעסטירט איר היים, האט באוויזן דאס סוקסעספול צו עררייכן, אבער אינאיינעם מיט דעם, האט זי פארניכטעט איר גאנצע היים. דער מאדנער אינצידענט האט פאסירט אין סינסינעטי, אהייא, וואו די פרוי האט ארומגעשפריצט א ״פלעמעבל״ מאטעריאל ארום איר היים, הארט נעבן א געז-רענטש, און אין סעקונדעס, איז איר גאנצע היים געווען איינגעהילט אין פלאמען. דער פייער האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אין די ארומיגע אפארטמענטס, פארברענענדיג די גאנצע געביידע, און איבערלאזנדיג 3 פארוואונדעטע. צען זענען געבליבן היימלאז אדאנק די סוקסעספולע בעדבאג-מארד... און עס האט געברענגט שאדנס פון ארום א פערטל מיליאן דאלער.
הוסף רשומת תגובה