קאליפארניע - ביזנעס עקספערטן האבן נעכטן געווארנט אז די אמעריקאנער אוואקאדא אינדוסטריע, קען ערנסט ליידן אלס רעזולטאט פון די מאסיווע פייערס וועלכע ברענען אין קאליפארניע. דרום קאליפארניע איז פול מיט די גרעסטע אוואקאדא פעלדער פון איבער׳ן גאנצן לאנד, און די פייערס וועלכע ברענען דארטן, האבן שוין פארברענט אפאר הונדערט אקער-לאנד פון די פעלדער, שאפנדיג שאדנס אין ווערד פון הונדערטער טויזנטער דאלארן, און די שאדנס וועלן מעגליך זיין נאך ערגער, ווען מען וועט זעהן אין די וואכן נאך די פייערס וויפיל יונגע אוואקאדא ביימער זענען געשעדיגט געווארן פון די היץ, אש און רויעך וואס זענען פארשפרייט געווארן. עס איז אויך שטארק מעגליך אז קאנסומערס איבערן לאנד וועלן שפירן דעם אפעקט און זעהן העכערע אוואקאדא פרייזן אויף די פאליצעס.

בילד: אוואקאדא אינדוסטריע אפעקטירט פון פייערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל