מאנהעטן – פרישע ציפערן פון די ניו יארק סיטי רעגירונג צייגט, אז דער "ניין עלעווען מעמאריעל און מוזעאום" מאכט דערווייל נאך אלץ נישט קיין געלט. די ציפערן צייגן אז אין יאר 2016, האט געקאסט 111 מיליאן דאלער אנצופירן דעם צענטער, מיט 3 מיליאן מער ווי א יאר בעפאר, און 24 מיליאן דאלער איז געגאנגען פאר שטאב געהעלטער און 10.4 מיליאן פאר זיכערהייט מאסנאמען. דער מוזעאום האט אין יאר 2016 אריינבאקומען אין איר קאסע 87.8 מיליאן דאלער, וואס איז מיט 4.8 פראצענט העכער ווי א יאר בעפאר, און 4 מיליאן דאלער פון די איינקונפט איז געקומען פון באזוכער וועלכע האבן געצאלט די 24 דאלער וואס עס קאסט א טיקעט צו קענען אריינגיין. די אלע ציפערן באדייטן אז עס איז פארבליבן א לאך אינעם בודזשעט פונעם צענטער, און עקספערטן זאגן אז דער לאך קען ווערן נאך גרעסער, מיט וואס א יאר עס גייט פארביי, און די אינטערעסע ארום די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס וועפט אויס.

בילד: "ניין עלעווען" מוזעאום פארלירט געלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל