וואשינגטאן – נעכטן האט די פעדעראלע "פימא" אגענטור פובליצירט דעטאלן פון וויפיל הילף זי האט שוין צוגעשטעלט אין פארטא ריקא זינט'ן טויטליכן האריקעין מאריא. פימא זאגט אז זי האט שוין אויסגעגעבן איין ביליאן דאלער אין פארטא ריקא, און אז מער ווי איין מיליאן ארטיגע איינוואוינער האבן זיך איינגעשריבן צו באקומען איר הילף. פון די איין מיליאן, האט שוין פימא צוגעשטעלט די פאלגענדע הילף: 259 מיליאן דאלער אין פינאנציעלע הילף פאר צייטווייליגע היים-רענט, איבערבוי און פארריכטונג ארבעט אויף געשעדיגטע הייזער; 39 מיליאן דאלער אין ספעציעלע נידריגע-אינטערעסט הלוואות פאר 880 איבערלעבער און 50 ביזנעסער; 58 טויזנט דאלער פאר ארבעטסלאזע אלס רעזולטאט פונעם האריקעין און מער ווי 19 טויזנט דעכער פארדעקט מיט בלויע פלאסטיק. די ציפערן זענען פארעפנטליכט געווארן אין די זעלבע צייט וואס די פארטא ריקא אויטאריטעטן האבן געזאגט אז די צאל אומגעקומענע פונעם האריקעין איז געשטיגן צו 64, אבער דער ניו יארק טיימס שאצט אז דער עכטער ציפער איז 1,052 פאטאליטעטן.

בילד: פימא דעטאליזירט פארטא ריקא הילף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל