קאנעטיקוט – אין ניוטאון, קאנעטיקוט גרייט מען זיך אין די יעצטיגע טעג, אפצוצייכענען דעם פינפטן יארטאג פון ווען עס האט פאסירט די ברוטאלע שיסעריי אויפן "סענדי הוק" עלעמענטערי שולע, וואו 20 קליינע קינדער און 6 לערערינס זענען אומגעקומען, אום דעצעמבער 14 יאר 12'. אין צוגרייטונג צום אפצייכענונג די וואך דאנערשטאג, האט מען געהערט אז די איינוואוינער און באטראפענע פאמיליעס אין ניוטאון, האלטן שוין ביים ענדיגן דעם פראצעדור פון דעזיינען א געדענקמאל פאר די 26 אומגעקומענע, וואס דער געדענקמאל וועט אוועקגעשטעלט ווערן אויפן ארט וואו עס איז געשטאנען די סקול וואו די שיסעריי האט פאסירט – וויבאלד די סקול האט מען איינגעווארפן. מען האט אויך געזען נעכטן אן אינטערעסאנטן באריכט, וועלכע צייגט אז זינט די סענדי הוק שיסעריי, האבן הונדערטער עלעמענטערי שולעס איבער'ן לאנד, איינגעשטעלט נייע שטארקע זיכערהייט מאסנאמען.

בילד: 5 יאר אפצייכענונג פון סענדי הוק שיסעריי

בילד: 5 יאר אפצייכענונג פון סענדי הוק שיסעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל