קאליפארניע – דער גרעסטער פון די ברענענדיגע פייערן אין קאליפארניע, באקאנט אלס דער "טאמעס פייער", האט נעכטן זיך פאראויסגערוקט מיט א שנעלקייט אין ריכטונג פון עטליכע רייכע געגנטער נעבן וואסער, פירנדיג די אויטאריטעטן צו פארארדענען פרישע עוואקואציעס. די עוואקואציעס וועלכע זענען נעכטן אונטערגענומען געווארן, אפעקטירן טיילן פון קארפינטעריא און מאנטיסיטא, צוויי געגנטער וואו עס וואוינען גאר רייכע פערזענליכקייטן מיט לוקסוריעזע היימען. דערווייל האבן די אויטאריטעטן פובליצירט פרישע ציפערן פונעם טאמעס פייער, זאגנדיג אז עס האט שוין אפגעברענט און פארשווארצט 173 טויזנט אקער-לאנד, פארניכטעט הונדערטער הייזער און אנדערע סטרוקטורן, און איבערגעלאזט נאנט צו הונדערט טויזנט הייזער און ביזנעסער אנע לעקטער. דער טאמעס פייער ווערט טויטליך פאראויסגערוקט צוליב זעלטענע ווינטן וואס האבן זיך זונטאג נאכאמאל אראפגעלאזט אויף די סטעיט, אריינגערעכנט 55 מייל פער שטונדע ווינטן אין טיילן פון דרום קאליפארניע.

בילד: פרישע פייער עוואקואציעס אין קאליפארניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל