פון לחם לשובע

א ווייטאגליכע געשיכטע האט זיך אפשגעפילט אין די טעג, ווען 2 חסיד'ישע פרויען, א מאמע מיט איהר טאכטער פון ארץ ישראל, זענען ארעסטירט געווארן אין דייטשלאנד די פארגאנגענע וואך.

לויט ווי די פאמיליע מיטגלידער פארציילען, איז דאס בלויז אן אנטיסעמיטישע בלבול. זיי פארציילן אז די צוויי פרויען זענען געווען א טייל פון א פאמיליע שפאציר, וויילענדיג אין דייטשלאנד זענען זיי געגאנגען איינקויפן, און זענען אריין אין א לאקאלע געשעפט וואס פארקויפט ביליגע זאכן. געפינענדיג זיך אין געשעפט, האט די טאכטער פלוצלינג געדארפט ארויסגיין, און זי האט באמערקט די צימערלעך נישט ווייט פון איהר, איז זי געגאנגען צו די ריכטונג מיט די שאפינג וועגעלע, נישט באמערקנדיג אז דאס איז שוין אינדרויסן פון געשעפט. די וועכטער האבן איהר באלד אפגעשטעלט אלס גניבה, און נישט געוואלט הערן איהר טענות אז זי האט געדארפט ארויסגיין.

ווען זי האט אנגעהויבען שרייען צו איר מוטער פאר הילף, איז די מוטער שנעל געקומען צו לויפען, און ווייטער - מיט נישט געצאהלטע פראדוקטען אין די הענט. דא האבן איר די וועכטער אויך אפגעשטעלט, און גערופען פאליציי, וואס האבן זיי ארעסטירט.

לויט ווי די משפחה זאגט, זענען דאס צוויי ערליכע פרויען, וואס זענען נישט חשוד אויף גניבה, און זיי זאגן אז אויב זיי וואלטן ווען טאקע געוואלט גנב'נען, וואלטן זיי נישט גע'גנב'עט אין אזא ביליגע געשעפט נאר מער א טייערערע, און זיי וואלטן ווען זיכער נישט גע'גנב'עט אין א געשעפט ווי זיכערהייט וועכטער שטייען אזוי בולט אין שטרענג ווי אין יענער געשעפט, נאר דאס איז א בלויזע אנטיסעמיטישע עלילה.

ביידע פרויען זענען היינט באפרייט געווארן, נאך וואס הרב יהודה אליקים טייכטל, דער לובאוויטשער שליח אין בערלין, האט זיך געטראפן מיט די ריכטער צו שתדל'ן פאר זייער באפרייאונג אויף שבת.

בילד: הרב טייכטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל