קעניג מיכאיל דער ערשטער, וועלכער האט געהערשט איבער ראמעניע אין די צייטן פונעם צווייטן וועלט קריג און האט זיך בארימט געמאכט מיט זיין שארפע קעגנערשאפט צו די נאצישע און פאשיסטישע רעזשים, איז געשטארבן היינט דינסטאג אין זיין וואוינונג אין שווייץ. דער קעניג איז געקרוינט געווארן אלס קעניג אין יאר 1927 אלט זייענדיג בלויז 5 יאר ווען ער האט איבערגענומען דעם טראן פאר צען יאר נאכדעם וואס זיין טאטע האט זיך אפגעזאגט פונעם טראן צוליב א סקאנדאל, שפעטער איז זיין טאטע צוריקגעקומען און אפגענומען די קעניגרייך.

ווען ער איז נאכאמאל געקרוינט געווארן אין 1940 האט ער געשפילט א אינטסורמענטאלע ראלע אין זיך קעגנשטעלן דעם פאשיסטישן רעזשים, און האט ארגאניזירט א מיליטערישע פוטש קעגן די פאשיסטישע רעזשים אין ראמעניע וואס האט געברענגט דערצו אז ראמעניע זאל אפהאקן אירע באציאונגען מיט נאצי דייטשלאנד אין יאר 1944, און א דאנק אים זענען פילע ראמענישע אידן געבליבן ביים לעבן.

נאכ׳ן קריג איז ער געווען געצווינגען צו פארלאזן זיין טראן נאכדעם וואס די קאמוניסטן האבן איבערגענומען ראמעניע און האט דאן אויסגעוואנדערט קיין שווייץ פון ווי ער האט נישט געקענט צוריקקומען קיין ראמעניע ביז די רעוואלוציע אין 1989, אויך נאכדעם איז ער צוריקגעהאלטן געווארן פון קומען קיין ראמעניע און איז מיינסטנס געווען אין זיין היים אין שווייץ.

דער קעניג איז היינט שטארק באליבט און געשעצט אין ראמעניע טראץ וואס ער האט נישט קיין אפיציעלע פונקציעס, און זיין באגרעבעניש צערעמאניע וועט אפגעהאלטן ווערן אלס א נאציאנאלע געשעעניש אין בוקארעשט, און זיין זון איז געקרוינט געווארן אלס זיין נאכפאלגער. דער ראמענישער פרעזידענט האט אין א סטעיטמענט געזאגט ״קעניג מיכאיל בלייבט איינגעקריצט אין די היסטאריע פון ראמעניע מיט גאלדענע אותיות״.

בילד: לעגענדארער ראמענישער קעניג געשטארבן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל