א שפאנישע געריכט האט אפגעווארפן די ארעסט פארלאנגען קעגן דעם געוועזענעם קאטלאניער פרעזידענט און 4 פון זיינע מיניסטארן וועלכע זענען אנטלאפן קיין בעלגיע נאך דעם דורכגעפאלענעם פארזוך צו דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט פאר קאטלאניע און זיך אפרייסן פון שפאניע. דער שפאנישער הויפט ריכטער האט געזאגט אז וויבאלד זיי האבן אויסגעדריקט ווילן זיך צו אראפזעצן פאר געשפרעכן צו פארהאנדלן איבער די בעפארשטייענדע וואלן פון דעצעמבער 21 און דעריבער האט נישט קיין זין צו ארויפלייגן אן אינטערנאציאנאלע ארעסט פארלאנג.

דערמיט האט די שפאנישע רעגירונג אויסגעמיטן א געריכטליכע פראצעדור וועלכע האט זיך געזאלט אנהייבן אין בעלגיע דעצעמבער 14 אין וועלכע די בעלגישע רעגירונג האט געזאלט אנטשיידן אויב מען זאל זיי אויסליפערן.

דערווייל בלייבן די געמיטער אין קאטאלאניע גאר אנגעשטרענגט אין בעפארברייטונג צו די גאר אנטשיידנדע וואלן וועלכע וועלן פארקומען דעצעמבער 21, לעצטערע אנקעטעס צייגן אז די פארמעסט איז גאר שמאל צווישן די סעפאראטיסטן און די וועלכע ווילן בלייבן א טייל פון שפאניע, דער פרעזידענט טוט ווייטער קאמפיינען פון בעלגיע ווי ער האלט זיך אויף, און טוט ערשיינען ביי ראליס דורך ווידיא ווי ער געט קאמפיין רעדעס און ער איז ערווארטעט צו ערוועלט ווערן צום פארליאמענט. לעצטע אנקעטס צייגן אז די פרא-שפאנישע פארטייען האבן א גאר שמאלע אויבערהאנט.

בילד: שפאנישע געריכט ציהט צוריק ארעסט פארלאנגען קעגן קאטאלאניער פירער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל