קוועלער אין ווייסן הויז באשטעטיגן אז דער פרעזידענט איז גאר נאנט צו מעלדן זיין באשלוס צו אריבערפירן דעם אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים און איר אפיציעל אנערקענען אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, די אפיציעלע פאלעסטינער פרעסע באריכטעט אויך אז די אדמיניסטראציע האט שוין איינגעמאלדן איבער איר באשלוס צו די פאלעסטינער אויטאריטעטן, און אז דער פאלעסטינער פרעזידענט האט געווארנט טראמפ אז אזא שריט קען ברענגען א גאר שארפע רעאקציע און די פאלעסטינער גאס און מעגליך ברענגען צו א פרישע אינטיפאדא.

אין די זעלבע צייט האבן פארשידענע אינטערנאציאנאלע רעגירונגען און קערפערשאפטן גערופן צום פרעזידענט אז ער זאל זיך אפהאלטן פון דאס טון, עגיפטן און ירדן האבן געשיקט גאר א שארפע ווארנונג זאגנדיג אז דאס וועט אויפפלאמען דעם מיטל מזרח ווי א פאס פולווער, און די אראבישע און מוסלעמענער גאס וועלן שטורעמען דערקעגן גאר שטארק, אזוי אויך האט טערקיי געווארנט אז אויב נעמט די אמעריקאנער אדמינניסטראציע אונטער אזא שריט דאן וועלן זיי באלדיג אפהאקן אלע זייערע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל.

אזוי אויך האט די אייראפעישע פאראיין פארעפנטליכט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי אפעלירן צום אמעריקאנער פרעזידעט זיך צו אפהאלטן פון נעמען אזא שריט, די הויפט דיפלאמאטקע פון די פאראיין פרעדעריקע מוגהעריני האט געזאגט עפנטליך ביי א באגעגעניש מיט׳ן אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן אז ״אזא שריט טוט אונטערמינעווען די באמיאונגען צו ברענגען שלום און צו טרעפן א יושר׳דיגע לעזונג צום פאלעסטינער פראבלעם״ ענליכע סטעיטמענטס זענען געהערט געווארן פון נאך א רייע לענדער.

בילד: אינטערנאציאנאלע שטורעם ארום מעגליכע אנערקעונג פון אמעריקע אין ירושלים אלס מדינת ישראל הויפטשטאט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל