קאנעטיקוט – א דאנקין דאונאטס רעסטאוראנט ארבעטער האט געגעבן א רויבער א באהאנדלונג, דורך אים באשפריצן מיט די זודיגע הייסע קאווע. עס האט פאסירט ווען דער רויבער איז געקומען צו פארן ביים דרייוו-טרו פענסטער פונעם רעסטאוראנט, און ער האט פארלאנגט אז דער ארבעטער זאל אים איבערגעבן דאס געלט פון רעדזשיסטער. ווען דער ארבעטער האט זיך אנטזאגט, איז דער רויבער ארויסגעקומען פון אויטא און האט פרובירט אריינצוקריכן דורכ'ן דרייוו-טרו פענסטער. האט דער ארבעטער א כאפ געטאן דעם שיסל מיט הייסע קאווע און האט א שפריץ געטאן אויפ'ן רויבער, וועלכער איז שטארק אפגעבריט געווארן און איז אנטלאפן. דער פארקויפער האט אים נאך אפילו נאכגעשריגן: "יעצט לויפסטו פון דאנקין", א ווערטער-שפיל אויפ'ן סלאגאן פון די דאנקין דאונאטס פירמע וואס לויטעט: "אמעריקע לויפט אויף דאנקין דאונאט'ס קאווע".

בילד: פארשיקט דעם רויבער מיט הייסע קאווע

בילד: דער רויבער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל