אלבאני – די "עם-טי-עי" און אנדערע סטעיט אגענטורן וועלן דארפן אנהייבן איינקויפן זאכן וואס זענען געמאכט געווארן אין אמעריקע, נאכדעם וואס גאווערנאר קאומא האט אונטערגעשריבן דעם "קויף אמעריקע" געזעץ, וואס פארלאנגט אז סטעיט-קאנטראלירטע אגענטורן זאלן דארפן געבן פארצוג פאר אייזערנע פראדוקטן און אייזן וואס איז פראדוצירט געווארן אין אמעריקע פאר ראוד און בריק פראיעקטן וואס זענען ווערד מער פון א מיליאן דאלאר. קאומא האט געזאגט, אז דאס געזעץ - וועלכע איז באשטעטיגט געווארן דורך דער סטעיט לעגיסלאטור אין יוני - וועט העלפן שאפן מער דזשאבס אין אמעריקע. דאס געזעץ גייט אריין אין קראפט קומענדיגן אפריל, און עס גייט אין שפאן פון טראמפ אדמיניסטראציע'ס קאמפיין, אז מען זאל מער פראדוצירן אין אמעריקע און מער קויפן אמעריקאנער פראדוקטן.
הוסף רשומת תגובה