פילאדעלפיע – פארשער פון די "פּען סטעיט עבערלי קאלעדזש אוו סייענס" זאגן אז פרישע טעסטן וואס זיי האבן דורכגעפירט צייגן, אז פליגן וועלכע ציען צו עסנווארג טראגן ארום אזעלכע שעדליכע באקטעריע ווי סאלמאנעלא, אי-קאליי און אפילו אזעלכע באקטעריע וועלכע קען ברענגען "אלסערס" אינעם בויך און טויטליכע פארפּעסטיגונג באקאנט אלס "סעפּסיס".
דאקטער דאנעלד ברייענט, פון די פארשער וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט די טעסטן, זאגט אז עס איז מעגליך אז געזונטהייט באאמטע טוען שוין לאנגע יארן איגנארירן די מעגליכקייט אז די פשוט'ע פליגן וועלכע דרייען זיך ארום צווישן מענטשן, איז גאר א סיבה פארוואס געוויסע קרענק און ווירוסן ווערן פארשפרייט אזוי שנעל. זיי ווארענען דעריבער אז מען זאל נישט עסן סיי וועלכע עסנווארג, אויב א פליג איז געקראכן דערויף, אפילו ממש פאר צוויי סעקונדעס

הוסף רשומת תגובה