ענגלאנד – עס שטעלט זיך ארויס אז מען קען נישט פארמיידן קאר עקסידענטן דורכ'ן נידערן דעם ספיד לימיט, ווייל דאס מאכט די סיטואציע נאר מער טויטליך.
די לעקציע האט זיך געלערנט א לאקאלער טאון קאונסיל אין סאמערסעט, ענגלאנד, וועלכע האט מיט א יאר צוריק געטוישט די ספיד לימיט געזעצן אין עטליכע טיילן פון דער שטאט, צו בלויז צוואנציג מייל פער שטונדע – א פראיעקט וואס האט געקאסט 871 טויזנט פונט, נאכדעם וואס עס זענען געווען א סעריע קאר עקסידענטן וואס האבן זיך געענדיגט פאטאל. אצינד שטייענדיג א יאר נאכ'ן נידערן די ספיד לימיטס אין דרייצן געגנטער, שטעלט זיך ארויס אז אין זיבן פון די דרייצן געגנטער, זענען די צאל קאר עקסידענט פאטאליטעטן גאר געשטיגן. לאקאלע טראפיק עקספערטן געבן צו פארשטיין, אז נידערן דעם ספיד לימיט אין באוואוינטע געגנטער, ברענגט נאר דערצו אז פיסגייער און איינוואוינער זאלן זיך איינרעדן אז עס איז מער פארזיכערט אריבערצוגיין דעם שאסיי אדער שפאצירן אין דער זייט, ווען אין רעאליטעט איז עס ווייטער א פארנומענע שאסיי. די סאמערסעט טאון קאונסיל זאגט אבער אז זי גייט נישט צוריקטוישן, ווייל דאס וועט קאסטן נאכמער געלט.

הוסף רשומת תגובה