וואשינגטאן סטעיט – אן ערנסטער אינצידענט האט פאסירט נעכטן מיט אן עמטרעק באן, ווען עס איז אראפגעפלויגן פון די שינעס און געהאנגען העכער א פארנומענע שאסיי. דער אינצידענט האט פאסירט אין לעסעי, וואשינגטאן סטעיט, וואו די באן לויפט דורך אויף א בריק העכער'ן "איי-5" שאסיי, און די באן איז פלוצלינג אראפגעפלויגן פון די שינעס, ווען עטליכע וואגאנען האבן אראפגעקראכט ביז'ן שאסיי אונטן און אנדערע זענען געבליבן הענגען אין דער לופטן.
שרייבנדיג די שורות האבן די אויטאריטעטן שוין באשטעטיגט זעקס פאטאליטעטן, אבער פילע וואגאנען זענען בכלל נאכנישט אונטערגעזוכט געווארן, וויבאלד זיי הענגען און מען ארבעט עס אראפצונעמען פון דער בריק.
מען האט געהערט נעכטן אז א לאקאלער מעיאר, אין א שטעטל נישט ווייט פון וואו דער אינצידענט האט פאסירט, האט געהאט געווארנט עטליכע יאר צוריק אז די בריק איז צו שוואך און די געגנט איז נישט פאסיג צו האבן א שנעל-פארנדיגע עמטרעק באן. באזונדער הערט מען א השערה, אז אן אביעקט וועלכע איז ארויפגעפלויגן אויף די שינעס, האט מעגליך געברענגט אז די באן זאל זיך אונטערהייבן און אראפפליען.

הוסף רשומת תגובה