וואשינגטאן – א פרישע אויפדעקונג צייגט אז דאנאלד טראמפ האט באקומען א קלארע ווארענונג אז די רוסן און אנדערע פיינטליכע לענדער וועלן פרובירן צו אינפילטרירן זיין קאמפיין. די ווארענונג איז געקומען גלייך נאכדעם וואס טראמפ האט געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע, ווען הויכראנגיקע עף-בי-איי פיגורן האבן זיך אראפגעזעצט מיט אים און געזאגט אז ער זאל גלייך מעלדן פאר די עף-בי-איי, אויב ער כאפט אויף סיי וועלכע צייכענעס אז א פרעמד לאנד פרובירט זיך צו באפריינדן מיט זיין קאמפיין. עקספערטן זאגן אז אויב איז אמת די אויפדעקונג, קען זיין אז פרעזידענט טראמפ איז אין ערנסטע לעגאלע פראבלעמען, וויבאלד ער האט קלאר באקומען א פארלאנג פון די עף-בי-איי זיי צו לאזן וויסן איבער רוסישע שריט נאענט צו ווערן מיט אים, און ער האט דאס נישט איבערגעגעבן פאר די עף-בי-איי, סיי ווען עס האט זיך געהאנדלט אז וויקיליעקס פיגורן האבן געוואלט העלפן זיין קאמפיין און אזוי אויך ווען פארשידענע פיגורן האבן געוואלט סקעדזשועלן א זיצונג צווישן אים און פוטין.

נייעס: עף-בי-איי געווארנט טראמפ איבער רוסלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל