פוילן – א ווידעא איז פארשפרייט געווארן פון יוגנטליכע פאלאקן וועלכע טאנצן און הוליען אינעווייניג אין א גאז קאמער פונעם געוועזענעם טויט-לאגער שטאטהאף (Stutthof). דער שטאטהאף לאגער איז אפיציעל געווען אן ארבעטס לאגער, אבער עס האט געהאט גאז קאמערן, און די וועלכע זענען געווען צו שטארק קראנק און שוואך און אומפעאיג צו ארבעטן זענען דארט דערמארדעט געווארן. 65,000 זענען אומגעברענגט געווארן אינעם לאגער, און 28,000 פון די אומגעקומענע זענען געווען אידן הי"ד.
די וועלכע האבן פילמירט און פארשפרייט דעם ווידעא האבן געשריבן, אז זיי האבן דאס פילמירט אין א געוועזענער גאז קאמער, אבער זיי האבן נישט ארויסגעגעבן די דעטאלן איבער דער גענויער לאקאציע. פארשער אינעם "קראקעווער מוזעאום" האבן באוויזן צו אידענטיפיצירן אז עס איז א גאז–קאמער אינעם שטאטהאף לאגער, און נאך א ביטע צום פוילישן פרעזידענט אנדרעי דודא, האט דער אינערן מיניסטער פארארדענט אן אויספארשונג.

הוסף רשומת תגובה