אוקראַינע – אין די לעצטע טעג האט מען געפונען העסליכע אנטיסעמיטישע גראפיטי, אנגעפירקלט אויף אידישע געביידעס און איין שוהל אין דער שטאט אונגוואר, אוקראַינע, אריינגערעכנט איין אויפשריפט וואס האט זיך געליינט "מיר געדענקען 1932-1933" און צוגעשריבן דערנעבן "קאמפיין פון נקמה". די גראפיטי איז א דערמאנונג פון דעם שווערן הונגער וואס האט באטראפן אוקראַינע אין יענע צוויי יאר, ווען עס האט געהערשט קאמוניסטישע אונטערדרוקונג אין לאנד און 3.9 מיליאן זענען אומגעקומען פון הונגער און קרענק. א גרויסער פראצענט פון די אומגעקומענע זענען אויך געווען אידן, אבער דאס האט נישט צוריקגעהאלטן אנטיסעמיטן צו באשולדיגן די אידן אז זיי זענען פאראנטווארטליך פאר'ן הונגער. ר' מנחם מענדל ווילהעלם הי"ו, א רב אין אונגוואר, האט געזאגט פאר דער לאקאלער מידיא אז ווי עס זעט אויס, האבן די קרימינאלן געוואוסט פונקטליך וועלכע געביידעס צו צילן מיט דער גראפיטי, און דאס איז שרעקעדיג צו טראכטן.

בילד: אנטי-אידן גראפיטי לענגאויס אונגוואר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל