אפגאניסטאן – נעכטן האבן אמעריקאנער רעגירונג באאמטע געמאלדן אז צוויי וויכטיגע טעראר פיגורן זענען סוקסעספול אומגעברענגט געווארן אין אן אמעריקאנער מיליטערישע אפעראציע. דער ערשטער אומגעברענגטער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס אומאר בין קאטאב, א הויכראנגיקער על קאידא פיגור, וועלכער ווערט באטראכט אלס דער פירער פון על קאידא אינעם "אינדיען סובקאנטינענט" (א ראיאן וועלכע נעמט אריין אפגאניסטאן, פאקיסטאן, בענגלאדעש און סרי לאנקא, צווישן אנדערן), און ער איז אומגעברענגט געווארן אין אן אפעראציע אויף דער ערד אינעם גאזני פראווינץ אין אפגאניסטאן, מיט דער הילף פון עירפארס באמבארדירונגען. ביי דער זעלבער אפעראציע, האבן די אמעריקאנער זעלנער באוויזן אומצוברענגען אכציג אנדערע על קאידא קעמפער, און געכאפט פון זיי 27 לעבעדיגערהייט. אין א צווייטער אפעראציע, האט דאס מיליטער אומגעברענגט דורך א מיסיל אטאקע, דעם טעראריסט מולא שאה וואלי, דער פירער פון די טאליבאן'ס "רויטע איינהייט", וואס זענען די טאליבאן'ס מערסט-טרענירטע קעמפער.
הוסף רשומת תגובה