ברוקלין – אן אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז א ריכטער האט געהאט רעכט ארויסצואווארפן אן אנקלאגע וואס איז אריינגעגעבן געווארן קעגן די שטאטישע אויטאריטעטן דורך דזשעניפער מערין, וועמענס קווינסער היים איז באזעצט געווארן דורך א פארברעכער, וועלכער האט געהאט געצייגט א פאלשן "דיעד". מערין האט געהאט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע אין סטעיט סופרים קאורט אין מאנהעטן, פארלאנגנדיג 600 טויזנט דאלאר, אריינגערעכנט די 400 טויזנט דאלאר אין פראפערטי וואס דער געוועזענער פארברעכער דעריל ביעטי האט גע'גנב'ט פון איר פאמיליע–היים אין דער צייט וואס ער האט דארט געוואוינט. זי האט געהאט גע'טענה'ט, אז די שטאט איז געווען פארנאכלעסיגט מיט'ן ערלויבן אז דער פאלשער "דיעד" זאל קענען רעגיסטרירט ווערן, וואס אזוי ארום האט ער באוויזן צו טראנספערירן דעם הויז אין דער לאורעלטאן געגנט אויף זיין נאמען. דער אפעלאט ריכטער האבן אבער געאורטיילט אז זי האט נישט געקענט איבערצייגן אויף דער פארנאכלעסיגקייט פון דער שטאט, און אז דער פארברעכער זעלבסט איז שוין באשטראפט געווארן פאר זיין אקט מיט'ן זיצן אין טורמע פאר א יאר צייט.


בילד: קווינס היים-פארקויף שאפט העדליינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל