אין ליכט פון א סעריע באמבע-דראאונגען קעגן אידישע אינסטיטוציעס איבער'ן לאנד, האט קאנגרעס מיט א 402 קעגן 2 מערהייט דורכגעפירט א ביל צו פארגרעסערן די שטראפן פאר אזעלכע און ענליכע אקטיוויטעטן קעגן רעליגיעזע אינסטיטוציעס איבער'ן לאנד.

דאס געזעץ, וואס איז פארגעשלאגן געווארן דורך די קאנגרעסלייט דעיוויד קוסטאף (רעפובליקאנער פון טענעסי) און דערעק קילמער (דעמאקראט פון וואשינגטאן), וועט כולל זיין באמבע-דראאונגען אין דער קאטעגאריע פון האס-פארברעכנס, און גלייכצייטיג פארגרעסערן די שטראף פאר שעדיגן בנינים אדער דאס אייגנטום פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס פון איין יאר ארויף צו דריי יאר תפיסה.

דורכאויס דעם יאר 17', זענען דורכגעפירט געווארן ארום 160 באמבע-דראאונגען איבער אינסטיטוציעס פון אידישן אינטערעס לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן. רוב פון די האבן זיך ארויסגעשטעלט צו קומען פון א געוויסן מדינת ישראל יוגנטליכן.

סענאטארס אורין העטש (רעפובליקאנער פון יוטא) און דייענע פיינשטיין (דעמאקראט פון קאליפארניע) האבן אויפגעברענגט אן ענליכן געזעץ, וואס ווערט יעצט גענומען אין באטראכט אינעם סענאט.

בילד: קאנגרעס פארשארפט שטראפן פאר באמבע-דראאונגען אויף רעליגיעזע אינסטיטוציעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל