די פוילישע רעגירונג האט נארוואס אויפגענומען א נייעם פרעמיער מיניסטער, אלס איינער אין א ריי שריט אויפצושאקלען די רעגירונג.

דורכאויס זיין איינשווערונגס-רעדע, האט מאַטהאַוז מאָראַוויצקי, וועלכער האט פארמאגט צוויי אידישע מומעס וואס זענען געראטעוועט געווארן דורך פוילישע נישט-אידן דורכאויס דעם האלאקאוסט, דערקלערט אז די פוילישע נישט-אידן וואס האבן געראטעוועט זייערע "אידישע ברידער" דורכאויס דער מלחמה שטעלן מיט זיך פאָר דעם תמצית "וואס עס מיינט צו זיין א פאליאק.

מאָראַוויצקי, וועלכער האט ביז יעצט געדינט אלס פינאנץ מיניסטער איידער'ן אויפגענומען ווערן אלס פרעמיער, האט בעיקר גערעדט איבער דער פוילישער עקאנאמיע און באציאונגען מיט אנדערע לענדער. צווישן אנדערן האט ער זיך אפגעשטעלט אויף דער פוילישער נאציאנאלער אידענטיטעט, און דערביי געלאזט פאלן די ווערטער.

בילד: פוילישער פרעמיער מיט "אידישע ברידער" באמערקונג אין איינשווערונגס-רעדע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל