א הויפן פון דאקומענטן און אנדערע היסטארישע חפצים וואס אמעריקאנער סאלדאטן האבן אין 03' געפונען אין א קעלער אונטער א פאלאץ פונעם דעמאלט-איראקישן דיקטאטאר סאדאם כוסעין, וועלן לויט'ן פלאן צוריקגעשיקט ווערן קיין איראק, אבער אידישע גרופעס ווילן אז די אוצרות זאלן איבערגעגעבן ווערן צו א אידישער ארגאניזאציע.

די געשיכטע גייט צוריק צו די ערשטע יארן פונעם איראקישן קריג, וואס איז אנגעהויבן געווארן דורכ'ן געוועזענעם פרעזידענט בוש אין אנבליק פון די 9-11 אטאקעס. א גרופע סאלדאטן וואס האט אונטערזוכט א פאלאץ פון כוסעין, האט געפונען דעם היסטארישן אוצר אין א קעלער און דאס אריבערגעשיקט קיין אמעריקע, וואו די "נאציאנאלע ארכיווען פרעזערוואציע פראגראם" האט רעסטאווירט די דאקומענטן. טייל פון די דאקומענטן זענען געווען אין אזא שלעכטן צושטאנד, אז ס'איז שוין נישט שייך געווען זיי צו פרעזערווירן און זענען באגראבן געווארן, ווי דער דין דיקטירט צו טאן מיט "שמות".

פארגאנגענעם סעפטעמבער האט דער סטעיט דעפארטמענט געמאלדן, אז ער וועט אומקערן דעם אוצר צו איראק, אבער א צאל אידישע גרופעס זענען אומצופרידן מיט'ן באשלוס און ווייזן אן, אז איראק איז היינט שוין ליידיג פון אידן און דער ארכיוו זאל ממילא איבערגעגעבן ווערן צו א אידישער ארגאניזאציע, אדער, אויב מעגליך, צו זייערע אריגינעלע אייגנטימער.

איראק האט א רייכע אידישע טראדיציע, וואס גייט צוריק ביז'ן זמן הבית. אין די פופציגער יארן האט א סעריע פאגראמען געפירט צו א אידישער מאסן-עמיגראציע. רוב פון די ארטיגע אידן, ארום 130-טויזנט, האבן זיך באזעצט אין ארץ ישראל.

בילד: קאמפיין אריבערצופירן ארכיוו-אוצרות פון איראקישן אידנטום צו אידישע הענט 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל