דער אייראפעאישער פאראיין און אייראפעאישע רעגירונג זענען אקטיווע שותפים אין א מאסיווע מענטשן רעכט פארלעצונג, אונטער וועלכע פליטים ווערן פארפייניגט און פארהאלטן אונטער שווערע אומשטענדן אין ליביע. אזוי האט היינט די גלאבאלע מענטשן רעכט ארגאניזאציע, אמנעסטי, דערקלערט.

די באשולדיגונג קומט א קורצע צייט נאכדעם וואס פרטים איבער די שוידערליכע מארקעט פון שקלאפן האנדלעריי וואס קומט פאר אין ליביע זענען ארויסגערינען צו דער עפנטליכקייט.

דער באריכט באשולדיגט די אייראפעאישע רעגירונגען אין נישט בלויז איגנארירן די גרוילטאטן פון די מיליציעס אין ליביע, נאר אויך אז זיי שטיצן די ארטיגע באאמטע און מיליציע מיטגלידער, אז זיי זאלן פארהאלטן פליטים וועלכע שטראמען פון אפריקע דורך ליביע מיט'ן ציל אנצוקומען קיין אייראפע דורך איטאליע אדער גריכנלאנד.

די ארגאניזאציע זאגט, אז זי האט באווייזן אז א שיף וואס איטאליע האט צוגעשטעלט פאר די ליביער גרעניץ וועכטער האט איינגעזינקען א שיף מיט 50 פליטים דערויף, פון וואס די מערהייט זענען אומגעקומען. דער באריכט מאלט אראפ א שוידערליכע בילד איבער מאסן טורמעס, וואו די גרעניץ וואך האלט טויזנטער אפריקאנער פליטים אונטער שוידערליכע אומשטענדן, און לויט דעם באריכט קומט אלעס פאר מיט די פולע קאאפעראציע פון אייראפע, וועלכע האט א אינטערעס אז די פלייץ פון פליטים זאל זיך אפשטעלן.

בילד: "אמנעסטי" באשולדיגט אייראפע אין מענטשן-רעכט פארלעצונגען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל