דאס מדינת ישראל מיליטער האט באשטעטיגט, אז זי האט היינט פארטאגס באמבארדירט א מיליטערישע איינריכטונג אין עזה, אין רעאקציע צו א ראקעט אטאקע אויף דרום מדינת ישראל וועלכע איז ארויסגעקומען פון עזה און געטראפן א געביידע אין אשקלון.

די באבמארדירונג האט געצילט אן איינריכטונג וואס באלאנגט צו דער כאמאס טעראר-גרופע, טראץ דעם וואס די "איסלאמישע דזשיהאד" ארגאניזאציע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע, וויבאלד מדינת ישראל האט א פאליסי צו האלטן כאמאס, וועלכע קאנטראלירט עזה, פאראנטווארטליך אויף סיי וועלכע אטאקעס וואס קומען פון דארט ארויס.

בילד: צה״ל אטאקירט כאמאס-צילן אין עזה נאך ראקעט אטאקע 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל