אין די טעג ווערט אין איסטאמבול אפגעהאלטן א גלאבאלער סאמיט פון איסלאמישע לענדער, מיט דער באטייליגונג פון פארשטייער פון ארום 50 איסלאמישע לענדער אין מיטל מזרח און אזיע. די פירערשאפט פונעם סאמיט האט פארעפנטליכט א גאר שארפן סטעיטמענט, אין וועלכע זיי דערקלערן אז די לעצטע שריט פון די אמעריקאנער אדמיניסטראציע, צו דערקלערן ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, טוט ענדגילטיג אנולירן די שאנסן פאר א שלום צווישן מדינת ישראל מיט די פאלעסטינער און אראבישער וועלט.

פרעזידענט ארדואן, וועלכער איז דער גאסטגעבער פונעם סאמיט און האט אין די לעצטע וואך גענוצט גאר שארפע רעטאריק איבער דעם אנגעלעגנהייט, האט געווארנט איבער שארפע קאנסעקווענצן, און דער פרעזידענט פון דער "פאלעסטינער אויטאריטעט", מוכמאד אבאס, האט געזאגט אז די פאלעסטינער באטראכטן מער נישט די אמעריקאנער פאר א לעגיטימע און נייטראלע לאנד צו קענען אנפירן די שלום געשפרעכן.

אבו-מאזאן האט דארט געזאגט, אז אמעריקע האט געשלאסן אן אפמאך מיט די פאלעסטינער פירערשאפט אז אויב וועלן די פאלעסטינער זיך מער נישט ווענדן צו קיין אינטערנאציאנאלע קערפערשאפטן איבער דעם קאנפליקט, וועט אמעריקע אלס אויסטויש נישט אריבערפירן די אמבאסאדע קיין ירושלים, ווי אויך נישט בלאקירן הילף פאר די פאלעסטינער. אבאס האט געזאגט, אז אין ליכט פון דעם שריט וועלן די פאלעסטינער באנייען זייער קאמפיין פאר פולע מיטגלידערשאפט אין די יו-ען.

בילד: שלום פראצעס א פארגאנגענהייט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל