דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט אנגעדייטעט א טויש אין פאליסי ווען ער האט געזאגט אז אמעריקע פארלאנגט מער נישט פון נארט קארעא צו אויפגעבן איר נוקלעארע פראגראם אלס באדינגונג צו אנהייבן געשפרעכן, און אמעריקע איז גרייט זיך צו זאפארט זעצן צום טיש מיטן רעזשים ווען אימער זיי זענען וויליג צו רעדן. דאס קומט נאכדעם וואס פאר די לעצטע חדשים איז די אפיציעלע שטעלונג פון די אדמינסטראציע געווען, אז געשפרעכן וועלן פארקומען בלויז אויב נארט קארעא דריקט אויס גרייטקייט צו אויפגעבן איר נוקלעארע פראגראם.
טילערסאן האט געמאכט דעם סטעיטמענט ביי אן אפיציעלע רעדע ביי א סאמיט אין וואשינגטאן, אין וועלכע ער האט אונטערגעשטראכן אמעריקע'ס גרייטקייט צו באקעמפן דעם רעזשים מיט מיליטערישן כח, אבער אין די זעלבע צייט אויסשטרעקן א האנט פאר דיפלאמאטישע געשפרעכן. ער האט געזאגט, אז דאס אמעריקאנער מיליטער האט גרייטע פלענער צו באקעמפן נארט קארעא, אבער האט צוגעלייגט, ״איך וועל אנהאלטן די פרואוון צו טרעפן א דיפלאמאטישע לעזונג ביז די ערשטע באמבע פאלט.
״לאמיר זיך צוערשט אראפזעצן און זען אויב עס איז דא איבער וואס צו רעדן. מען וועט זען נאכדעם וויאזוי די געשפרעכן וועלן פאראויסגיין. אבער לאמיר קודם זיך אראפזעצן פנים אל פנים און רעדן, און דאן וועט מען זען וויאזוי די פארהאנדלונגען וועלן צוגיין,״ האט דער סעקרעטערי געזאגט.
דער טויש אין פאליסי קומט ווי עס שיינט נאכדעם וואס עס איז קלאר געווארן אז דער רעזשים פארמאגט שוין פולע נוקלעארע מעגליכקייטן און עס איז שוין נישט שייך צו צוריקדרייען דעם זייגער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה