צום ערשטן מאל אין 25 יאר, האט נעכטן די טיף-רויטע סטעיט אלאבאמא ערוויילט א דעמאקראטישן סענאטאר, אין א שמאלן און היציגן פארמעסט, וואס איז נאכגעפאלגט געווארן איבער׳ן גאנצן לאנד און איז געזען געווארן ווי א רעפערענדום איבער די פאפולאריטעט פון פרעזידענט טראמפ און זיין אגענדע. דער זיג האט געברענגט אנטוישונג אין די רעפובליקאנער רייען און א אויפהייטערונג צווישן דעמאקראטן. דאס קומט בלויז איין מאנאט נאכדעם וואס זיי האבן אויך אפגעהאלטן א שטוינענדן זיג אין ווירדזשיניע, און דערלאנגט זיי א וויכטיגן מאראלישן שטופ, וואס זיי האבן געמוזט האבן צו קענען געווינען אין די בעפארשטייענדע 2018 מיד-טוירם וואלן.

אינעם שמאלן אויסגאנג, האט דער רעפובליקאנער אנטי-עסטעבלישמענט קאנדידאט רוי מאָר אנגעצויגן בלויז 48.4%, קעגן עטוואס אונטער 50% פאר זיין דעמאקראטישן אפאנענט, דאג דזשאונס, און 1.7% האבן אריינגעשריבן אנדערע קאנדידאטן. אין די צאל וואלן איז עס 617,151 פאר דאג דזשאונס, קעגן 650,436 פאר רוי מאר – אן אונטערשיד פון נישטיגע 20,715 וואלן.

דאס איז א שטארקער קלאפ ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט אז פאריגן נאוועמבער האט פרעזידענט טראמפ געווינען אלאבאמא מיט א שטוינענדע מערהייט פון 62%, מיט איבער 28 פונקטן העכער קלינטאן, און אצינד האבן די עקזיט פאול געצייגט אז טראמפ ציט אן בלויז 48% פראצענט שטיצע צווישן אלאבאמא וויילער, טראץ עטליכע מאסן ראליס וואס ער האט דארט לעצטנס אפגעהאלטן.

דזשאונס איז א געוועזענער פראקוראר, וועלכער איז נאציאנאל באקאנט געווארן ווען ער האט אין 2002 געברענגט מארד קלאגעס קעגן דער ראסיסטישער קו-קלוקס-קלען גרופע, איבער דעם וואס זיי האבן אויפגעריסן א שווארצע קירכע אין בירמינגהעם צוריק אין 1963 און דערביי אומגעברענגט פיר קליינע קינדער. דזשאונס האט קאמפיינט אויף א פראגרעסיווע ליבעראלע פלאטפארמע און באקומען שטארקע הילף פון די דעמאקראטישע מאשין איבער׳ן גאנצן לאנד.

מאָר איז אריינגעקומען אינעם פארמעסט אלס אנטי-עסטעבלישמענט קאנדידאט, נאכ׳ן באזיגן דעם מער מעסיגן לוטער סטרענדש, דער אמטירנדער סענאטאר וועלכער איז אינדארסירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ. אין די לעצטע וואכן איז ער געפלאגט געווארן פון א רייע סקאנדאלן, און פאר א שטיק צייט האט אויסגעקוקט אז די רעפובליקאנער וועלן אים ערזעצן מיט א בעסערן קאנדידאט. אבער אין די לעצטע וואך פאר די וואלן, האט די רעפובליקאנער פארטיי אינאיינעם מיט פרעזידענט טראמפ זיך פולשטענדיג פאראייניגט אונטער אים, וואס איז אבער ווי עס שיינט נישט געווען גענוג פאר אים צו איבערקומען די סקאנדאלן.

בילד: דעמאקראטן אין היסטארישן זיג אין אלאבאמא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל