ווירדזשיניע – די דעמאקראטישע פארטיי איז פארנומען צו יובלירן און פאמפען מיט'ן פאקט אז זי האט אפגעהאלטן א סעריע וואל–זיגן איבער'ן לאנד, הויפטזעכטליך דער גאווערנאר פארמעסט אין ווירדזשיניע, וואס די דעמאקראטן זאגן אז די זיגן צייגן אז זיי בויען צוריק אויף דעם ענטוזיאזם ביי זייערע וויילער, און אז טראמפ'ס מאמענטום און שטיצע איבער'ן לאנד איז שטארק געפאלן.

דער הויכפונקט איז געווען דער פארמעסט אין ווירדזשיניע, וואו עס איז געלאפן דער דעמאקראטישער קאנדידאט ראלף נארטעם, א דאקטער, קעגן דעם רעפובליקאנער עד גילעספי, א לאנגיעריגער רעפובליקאנער פארטיי סטראטעגיסט און געוועזענער בוש אדמיניסטראציע באאמטער. נארטעם האט גאר גרינג באזיגט גילעספי, קריגנדיג מער ווי 54 פראצענט פון אלע אפגעגעבענע שטימען.

אויסער דעם געווינס פונעם גאווערנאר פארמעסט, האבן די דעמאקראטן אפגעהאלטן גאר שטארקע זיגן אויף א לאקאלן שטאפל אין ווירדזשיניע, דערמיט וואס זיי האבן געוואונען פרישע פערצן זיצן אינעם ווירדזשיניע סטעיט סענאט, און וועלן מעגליך פארכאפן קאנטראל דערפון צום ערשטן מאל זינט יאר 00', וואס דאס ווענדט זיך אין 4 פארמעסטן וועלכע זענען נאכנישט אנטשידן, ווייל עס איז צו שמאל און מ'גייט איבערציילן.

פרא-טראמפ רעפובליקאנער און ווייסע הויז באאמטע, זאגן אז די רעזולטאטן צייגן בכלל נישט עפעס איבער טראמפ, און אז ווירדזשיניע איז סייווי א דעמאקראטישע סטעיט וואס א רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט האט שוין נישט געוואונען פאר ארום פופצן יאר. אבער מען האט אפילו געהערט פונעם רעפובליקאנער ווירדזשיניע קאנגרעסמאן סקאט טעילאר, אז דער רעזולטאט אין ווירדזשיניע איז קלאר געווען א רעפערענדום אויף טראמפ'ס פרעזידענטשאפט ביז אהער, און עס צייגט אז די וויילער זענען נישט צופרידן פון אים.

(אויפן בילד: דעמאקראטישער ניו דזשערסי גאווערנאר-עלעקט פיל מורפי, באהאלט נישט זיין ענטוזיאם, נאכ'ן ארויסקומען געבן זיין זיג רעדע דינסטאג נאכט)

בילד: דעמאקראטישער ניו דזשערסי גאווערנאר-עלעקט פיל מורפי, באהאלט נישט זיין ענטוזיאם, נאכ'ן ארויסקומען געבן זיין זיג רעדע דינסטאג נאכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל