טראץ דעם וואס די דעמאקראטישע געווינס איז א פערזענליכע דורכפאל פאר פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט אריינגעלייגט שטארקע כוחות אין די לעצטע טעג צו קאמפיינען פאר מאָר, איז עס הויפטזעכליך א פארלוסט פאר עסטקרעמיסטן פון ביידע פארטייען, סיי אין די רעפובליקאנער פארטיי, וואו די עקסטרעם רעכטע און נאציאנאליסטישע באוועגונג געפירט דורך סטיוו בענאן פארלירט ווי עס שיינט איר פאפולאריטעט, און אזוי אויך איז עס א דורכפאל פאר די ליבעראל פליגל פון דער דעמאקראטישער פארטיי, אין שפיץ פון בערני סאנדערס, וועלכע האבן נישט אינדארסירט דזשאונס און אים אויך נישט געהאלפן. דאס געווינס צייגט אז די מעסיגע דעמאקראטן האבן נאך א כח אן די מאשין פון סאנדערס.
דער פרעזידענט האט פרובירט אראפצושפילן דעם פערזענליכן דורכפאל מיט א מעסעדזש טוויטער, ״איך האב פון אנהייב אינדארסירט אין די פריימעריס לוטער סטרענדש, ווייל איך האב געוואוסט אז רוי מאָר קען נישט געווינען די אלגעמיינע וואלן״ – טראץ דעם וואס דער פרעזידענט האט אין די לעצטע טעג יא אויסגעדריקט זיכערקייט איבער א מאר-געווינס. דער טוויט איז אויך א באהאלטענע קריטיק קעגן דעם פרעזידענטס געוועזענער ראטגעבער, סטיוו בענאן, וועלכער איז געווען דער סטראטעגיסט און הויפט שטיצער פון רוי מאָר אין די פריימעריס ווי אויך אין די אלגעמיינע וואלן.
פילע רעפובליקאנער האבן באלד נאך דעם אויסגאנג פון די וואלן געטייטלט פינגערס אויף סטיוו בענאן און אים באשולדיגט אין די שטוינענדע פארלוסט, אריינגערעכנט פילע סטראטעגיסטן און פארטיי שישקעס, וועלכע זאגן אז ער רואינירט די פארטיי. ספעציעל שארף איז ארויסגעקומען דער קאנסערוואטיווער ניו יארקער קאנגרעסמאן, סטיוו קינג, וועלכער האט געזאגט אז עס איז געקומען די צייט בענאן זאל זיך אפטראגן פון די פארטיי, וויבאלד ער מאכט בלויז שאדן מיט'ן דארט זיין. בענאן און זיינע שטיצער טוען אבער אפווארפן די קריטיק, צייגנדיג אויף די שמאלע אויסגאנג און זאגן אז ווען די רעפובליקאנער זאלן ווען זיין פאראייניגט וואלט מאָר לייכטערהייט געווינען.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה