טראץ דעם וואס די סעקרעטערי אף סטעיט האט אפיציעלע באשטעטיגט דעם געווינס פון דאג דזשאונס, און אפילו פרעזידענט טראמפ האט גראטולירט דעם דעמאקראטישן געווינער, האלט אבער רוי מאָר נאכנישט ביים אויפגעבן, און געזאגט אז ער האפט נאך פאר אן איבערציילונג, וויבאלד דער אויסגאנג איז צו שמאל, און האפט אז מיט די עבסענטי בעלאטס און מיט די אנולירטע אריינגעשריבענע צעטלעך וועט די אונטערשיד ווערן קלענער ווי א האלבן פערצענט, ווען מען דארף לויט׳ן געזעץ איבערציילן די שטימען.

אפילו עס וועט פארקומען אן איבערציילונג, וועט עס ווארשיינליך נישט טוישן דעם אויסגאנג, אין וועלכע עס איז דא אן אונטערשיד פון איבער 20,000, אבער עס קען פארשלעפן דעם פראצעדור, וואס באדייט אז די רעפובליקאנער קענען אויסנוצן די פאר וואכן צו ענדיגן דורכפירן שטייער רעפארם און לעגיסלאציע, פאר זייער מערהייט אין סענאט ווערט איינגעשרומפט. פילע דעמאקראטן האבן טאקע היינט גערופן פאר מיטש מעקאנעל זאפארט צו באשטעטיגן די רעזולטאטן און איינשווערן דאג דזשאונס, נאר פאר עס ווערט באשלאסן איבער א ריקאונט. דער באשלוס ווערט געמאכט דורכ׳ן סקערטערי אוו סטעיט ביז יאנואר 3.

בילד: רוי מאָר אנטזאגט זיך אויפצוגעבן פארמעסט אין אלאבאמא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל