דער סיטי קאנסיל און פאליציי יוניאן זענען געקומען צו א פארשטענדעניש איבער עטליכע נייע געזעצן וואס וועלן רעפארמירן דעם אופן און אומשטענדן ווען און וויאזוי פאליציאנטן מעגן אפשטעלן און אונטערזוכן מענטשן און מאטאריסטן אין דער שטאט.

די געזעצן, וואס זענען קריטיקירט געווארן דורך דעם פאליציי יוניאן וואס טענה'ט אז זיי וועלן אויסשטעלן פאליציאנטן צו אומנויטיגע געפארן, פארלאנגט אז אונטער נארמאלע אומשטענדן מוז א פאליציאנט יענעם מסביר זיין אין "פשוט'ע, פארשטענדליכע ווערטער" די סיבה פארוואס ער האט אים אפגעשטעלט און אונטערזוכט.

אין צוגאב, פארלאנגט דער ביל פון א פאליציאנט זיך צו אידענטיפיצירן צום מענטש וועמען ער וויל אונטערזוכן מיט'ן נאמען און ראנג, און יענעם געבן זיין ביזנעס-קארטל וואס אנטהאלט זיין אינפארמאציע, אויסער אין פאל ווען די פאליציי וויל יענעם פארהאלטן און ארעסטירן.

ווארטזאגערס פאר דעם פאליציי יוניאן האט שארף קריטיקירט דעם ביל, וואס וועט "פארשווערן" די ארבעט פון די פאליציאנטן און ווייזט אז די שטאט געטרויט נישט די פאליסלייט מיט זייערע החלטות.

נאך פארהאנדלונגען זענען עטליכע שינויים דורכגעפירט געווארן אינעם ביל. די פאליציי איז נאך אלץ נישט צופרידן פונעם געזעץ, וואס ווערט אבער דערווארטעט דורכצוגיין אין סיטי קאנסיל און דאן אונטערגעשריבן ווערן דורך מעיאר דעבלאזיא נאך אזוי שנעל ווי קומענדיגע וואך.

בילד: אפמאך וועגן רעפארמירן פאליציי רעכטן איבער אפשטעלן, אונטערזוכן מענטשן 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל