רוסלאנד – אן אינטערעסאנטע חנוכה ליכט צינדן איז פארגעקומען אין רוסלאנד, ווען עס איז געצונדן געווארן א מנורה אין די וועלט'ס עלטסטע טורמע. די רעדע איז פונעם בוטירקא טורמע אין מאסקווע, וועלכע איז לאנגע יארן געווען טרויעריג-בארימט אלס דאס ארט וואו די רוסישע צארן פלעגן אריינשליידערן זייערע פיינט און דארטן פלעגן זיי געפייניגט ווערן אויף א שרעקליכן פארנעם.

אין דער היינטיגער מאדערנער עפאכע, טראגט די טורמע נאך אלץ אביסל פון איר טונקעלער היסטאריע, ווען עס איז באקאנט אז אפאזיציע פירער ווערן דארטן געפייניגט, און אין יענער טורמע איז סערגעי מאגניצקי – דער מערסט-באקאנטער אפאזיציע פירער פון די לעצטע 20 יאר – "מיסטעריעז" געשטארבן אין יאר 2008.

אלנפאלס, היינט צוטאגס זיצן דארטן א צאל אידישע ארעסטאנטן, און הרב בערל לאזאר שליט"א, דער הויפט רב פון רוסלאנד, איז נעכטן אראפגעפארן צו דער טורמע, וואו ער האט געצונדן די מנורה, און זיך געטראפן מיט די אידישע ארעסטאנטן און טורמע אויפזעער, וועלכע האבן פארשפראכן צו רעספעקטירן די אידישע געברויכן.

בילד: חנוכה–ליכט אין וועלט'ס עלטסטע טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל